1 Tessalonicenses 2

YDD vs ARIB

Sair da comparação
ARIB Almeida Revisada Imprensa Bíblica
1 ווארום איר אליין, ברידער, ווייסט, אז אונדזער אריינגאנג צו אייך איז נישט געווען אומזיסט;
1 Porque vós mesmos sabeis, irmãos, que a nossa entrada entre vós não foi vã;
2 נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.
2 mas, havendo anteriormente padecido e sido maltratados em Filipos, como sabeis, tivemos a confiança em nosso Deus para vos falar o evangelho de Deus em meio de grande combate.
3 ווארום אונדזער לערנונג איז נישט אויס באטרוג, נישט אויס אומלויטערע (כוונות) אויך נישט מיט כיטרעקייט;
3 Porque a nossa exortação não procede de erro, nem de imundícia, nem é feita com dolo;
4 נאר ווי ה׳ האט אונדז אויסגעפרובירט, אונדז צו געטרויען די גוטע בשורה, רעדן מיר אזוי, נישט ווי וואוילצוגעפעלן מענטשן, נאר ה׳, וועלכער פרובירט אויס אונדזערע הערצער.
4 mas, assim como fomos aprovados por Deus para que o evangelho nos fosse confiado, assim falamos, não para agradar aos homens, mas a Deus, que prova os nossos corações.
5 ווייל ווי איר ווייסט, זענען מיר קיינמאל נישט געקומען מיט חניפהדיקע רייד, אויך נישט מיט אן אויסרייד פון גייציקייט, ה׳ איז אן עדות;
5 Pois, nunca usamos de palavras lisonjeiras, como sabeis, nem agimos com intuitos gananciosos. Deus é testemunha,
6 אויך נישט זוכנדיק כבוד פון מענטשן, צי פון אייך צי פון אנדערע,
6 nem buscamos glória de homens, quer de vós, quer de outros, embora pudéssemos, como apóstolos de Cristo, ser-vos pesados;
7 (הגם) מיר וואלטן געקענט אויפטרעטן מיט ווערדע ווי שליחים פונם משיח. מיר זענען אבער געווען מילד אין אייער מיט, ווי א זייגערין דערנערנדיק אירע קינדער;
7 antes nos apresentamos brandos entre vós, qual ama que acaricia seus próprios filhos.
8 אזוי האט עס אונדז געצויגן צו אייך, אז מיר האבן געוואלט זיך טיילן מיט אייך, נישט בלויז מיט דער גוטער בשורה פון ה׳, נאר אפילו מיט אונדזער אייגן לעבן, ווייל איר זענט אונדז געווארן זייער טייער.
8 Assim nós, sendo-vos tão afeiçoados, de boa vontade desejávamos comunicar-vos não somente o evangelho de Deus, mas ainda as nossas próprias almas; porquanto vos tornastes muito amados de nós.
9 ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳.
9 Porque vos lembrais, irmãos, do nosso labor e fadiga; pois, trabalhando noite e dia, para não sermos pesados a nenhum de vós, vos pregamos o evangelho de Deus.
10 איר זענט עדות, און ה׳ אויך, ווי הייליק און גערעכט און אָן א פעלער מיר האבן זיך אויפגעפירט צווישן אייך מאמינים;
10 Vós e Deus sois testemunhas de quão santa e irrepreensivelmente nos portamos para convosco que credes;
11 ווי איר ווייסט, אז יעדן איינעם פון אייך, ווי א פאטער זיינע קינדער,
11 assim como sabeis de que modo vos tratávamos a cada um de vós, como um pai a seus filhos,
12 האבן מיר מזהיר געווען און דערמוטיקט, און אייך באשוואוירן צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר ה׳, וועלכער רופט אייך צו זיין קעניגרייך און כבוד.
12 exortando-vos e consolando-vos, e instando que andásseis de um modo digno de Deus, o qual vos chama ao seu reino e glória.
13 און צוליב דעם דאזיקן דאנקען מיר אויך ה׳ אָן אויפהער, אז באקומענדיק ה׳ס ווארט, וואס איר האט געהערט פון אונדז, האט איר עס אויפגענומען נישט אלס א ווארט פון מענטשן, נאר ווי עס איז אינדעראמתן, דאס ווארט פון ה׳, וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואס גלויבן.
13 Por isso nós também, sem cessar, damos graças a Deus, porquanto vós, havendo recebido a palavra de Deus que de nós ouvistes, a recebestes, não como palavra de homens, mas {segundo ela é na verdade} como palavra de Deus, a qual também opera em vós que credes.
14 ווארום איר, ברידער, זענט געווארן נאכפאלגער פון די קהלות פון ה׳, וועלכע זענען אין (לאנד) יהודה אינם משיח יהושע/ישוע; ווייל דאס זעלביקע האט איר געליטן פון אייערע לאנדסלייט, ווי זיי פון די יידן (יהודה, נישט אלע יידן),
14 Pois vós, irmãos, vos haveis feito imitadores das igrejas de Deus em Cristo Jesus que estão na Judéia; porque também padecestes de vossos próprios concidadãos o mesmo que elas padeceram dos judeus;
15 וועלכע האבן אפילו געטייט דעם האר יהושע/ישוע און די נביאים, און אונדז האבן זיי ארויסגעיאגט, און זענען נישט וואוילגעפעלן ביי ה׳, און זענען דערווידער אלע מענטשן;
15 os quais mataram ao Senhor Jesus, bem como aos profetas, e a nós nos perseguiram, e não agradam a Deus, e são contrários a todos os homens,
16 זיי פארווערן אונדז צו רעדן צו די אומות (העולם), אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן, כדי תמיד אנצופילן זייערע זינד; דער צארן אבער איז געקומען אויף זיי ביז צום סוף.
16 e nos impedem de falar aos gentios para que sejam salvos; de modo que enchem sempre a medida de seus pecados; mas a ira caiu sobre eles afinal.
17 מיר אבער, ברידער, נאך דעם ווי מיר זענען פון אייך פאריתומט געווארן לפי שעה, פונם פנים, נישט אין הארצן, האבן מיר זיך פיל מער באמיט צו זען אייער פנים מיט גרויס פארלאנג;
17 Nós, porém, irmãos, sendo privados de vós por algum tempo, de vista, mas não de coração, tanto mais procuramos com grande desejo ver o vosso rosto;
18 ווייל מיר האבן געוואלט קומען צו אייך; טאקע איך, פוילוס, און איינמאל און א צווייטמאל; און דער שׂטן האט אונדז געשטערט.
18 pelo que quisemos ir ter convosco, pelo menos eu, Paulo, não somente uma vez, mas duas, e Satanás nos impediu.
19 ווארום וואס איז אונדזער האפענונג, אדער פרייד, אדער קרוין פון בארימונג? צי זענט איר עס דען נישט, פאר אונדזער האר יהושע/ישוע ביי זיין אנקומען?
19 Porque, qual é a nossa esperança, ou gozo, ou coroa de glória, diante de nosso Senhor Jesus na sua vinda? Porventura não o sois vós?
20 יא, איר זענט אונדזער כבוד און שמחה.
20 Na verdade vós sois a nossa glória e o nosso gozo.

Ler em outra tradução

Comparar com outra