Hebreus 8

YDD_AFI

1 נו, דאס איז דער סך הכל פון דעם געזאגטן: מיר האבן אזא כהן גדול, וועלכער האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון כסא הכבוד פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הימלען,

2 א דינער פונם מקדש און פון דעם אמתן משכן, וואס דער האר (ג‑ט) האט געבויט און נישט קיין מענטש.

3 ווארום יעדער כהן גדול איז באשטימט מקריב צו זיין מנחות און קרבנות; דערפאר איז נויטווענדיק, אז אויך ער זאל האבן וואס מקריב צו זיין.

4 דעריבער, אויב ער וואלט געווען אויף דער ערד, וואלט ער גארנישט געווען קיין כהן, ווייל עס זענען דאך פאראן אזעלכע, וואס זענען מקריב מנחות לויט דער תורה;

5 וועלכע דינען צו א סקיצע און א שאטן פון הימלישע זאכן, לויט ווי משה איז באפוילן געווארן, ווען ער האט געזאלט פארענדיקן דאס משכן; ווארום ער האט צו אים געזאגט: זע, דו זאלסט אלץ מאכן לויט דעם מוסטער, וואס איז דיר געוויזן געווארן אויפן בארג.

6 אבער איצט האט ער דערגרייכט א בעסערע עבודה אויף אזויפיל, אויף וויפל אויך דער ברית, פון וועלכן ער איז דער פארמיטלער, איז גרעסער, וועלכער איז פעסטגעזעצט אויף גרעסערע הבטחות.

7 ווארום אויב יענער ערשטער (בונד) וואלט געווען אָן א פגם, וואלט נישט געזוכט געווארן קיין ארט פאר א צווייטן.

8 ווייל ווען מאכנדיק פארוואורפן צו זיי, זאגט ער:

12 (ירמיהו לא, ל-לג.)

13 און דערמיט, וואס ער זאגט א נייעם (ציטירן ניטציטירן), האט ער אלט געמאכט דעם ערשטן (בונד, ברית); דאס אלטע און פארעלטערטע אבער איז נאענט פארשווונדן צו ווערן.

Ler em outra tradução

Comparar lado a lado