Hebreus 1

YDD_AFI

1 נאכדעם ווי ה׳ האט פארצייטנס אין אפט מאל און אויף פארשיידענע אופנים גערעדט צו אונדזערע אבות אין די נביאים,

2 האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן,

3 וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;

4 ווערנדיק אויף אזויפיל דערהויבענער פון די מלאכים אויף וויפל דער נאמען, וועלכן ער האט געירשנט, איז חשובער פון זיי.

5 ווארום צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט:(תהלים ב, ז.) און ווידער:(שמואל ב ז, יד.)

6 און ווידער, ווען ער ברענגט אריין דעם בכור אין דער וועלט, זאגט ער:(תהלים צז, ז.)

7 און בנוגע די מלאכים זאגט ער:(תהלים קד, ד.)

8 אבער אין באצוג אויף דעם זון:

9 (תהלים מה, ז, ח.)

10 און

12 (תהלים קב, כו-כח.)

13 אבער צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט:(תהלים קי, א.)

14 צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?

Ler em outra tradução

Comparar lado a lado