Hebreus 8

YDD

1 נו, דאס איז דער סך הכל פון דעם געזאגטן: מיר האבן אזא כהן גדול, וועלכער האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון כסא הכבוד פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הימלען,

2 א דינער פונם מקדש און פון דעם אמתן משכן, וואס דער האר (ג‑ט) האט געבויט און נישט קיין מענטש.

3 ווארום יעדער כהן גדול איז באשטימט מקריב צו זיין מנחות און קרבנות; דערפאר איז נויטווענדיק, אז אויך ער זאל האבן וואס מקריב צו זיין.

4 דעריבער, אויב ער וואלט געווען אויף דער ערד, וואלט ער גארנישט געווען קיין כהן, ווייל עס זענען דאך פאראן אזעלכע, וואס זענען מקריב מנחות לויט דער תורה;

5 וועלכע דינען צו א סקיצע און א שאטן פון הימלישע זאכן, לויט ווי משה איז באפוילן געווארן, ווען ער האט געזאלט פארענדיקן דאס משכן; ווארום ער האט צו אים געזאגט: זע, דו זאלסט אלץ מאכן לויט דעם מוסטער, וואס איז דיר געוויזן געווארן אויפן בארג.

6 אבער איצט האט ער דערגרייכט א בעסערע עבודה אויף אזויפיל, אויף וויפל אויך דער ברית, פון וועלכן ער איז דער פארמיטלער, איז גרעסער, וועלכער איז פעסטגעזעצט אויף גרעסערע הבטחות.

7 ווארום אויב יענער ערשטער (בונד) וואלט געווען אָן א פגם, וואלט נישט געזוכט געווארן קיין ארט פאר א צווייטן.

8 ווייל ווען מאכנדיק פארוואורפן צו זיי, זאגט ער:

9 נישט לויט דעם בונד, וועלכן איך האב געמאכט

10 ווארום דאס איז דער בונד,

11 און וועלן מער נישט לערנען יעדער איינער זיין חבר,

12 ווייל איך וועל זיין רחמנותדיק אויף זייערע אומגערעכטיקייטן,

13 און דערמיט, וואס ער זאגט א נייעם (ציטירן ניטציטירן), האט ער אלט געמאכט דעם ערשטן (בונד, ברית); דאס אלטע און פארעלטערטע אבער איז נאענט פארשווונדן צו ווערן.

Ler em outra tradução

Comparar lado a lado