1 נאכדעם ווי ה׳ האט פארצייטנס אין אפט מאל און אויף פארשיידענע אופנים גערעדט צו אונדזערע אבות אין די נביאים,
2 האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן,
3 וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן;
4 ווערנדיק אויף אזויפיל דערהויבענער פון די מלאכים אויף וויפל דער נאמען, וועלכן ער האט געירשנט, איז חשובער פון זיי.
5 ווארום צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט:
6 און ווידער, ווען ער ברענגט אריין דעם בכור אין דער וועלט, זאגט ער:
7 און בנוגע די מלאכים זאגט ער:
8 אבער אין באצוג אויף דעם זון:
9 דו האסט ליב געהאט גערעכטיקייט און געהאסט רשעות,
10 און
11 זיי וועלן פארלוירן ווערן, אבער דו בלייבסט;
12 און ווי א מאנטל וועסטו זיי איינוויקלען
13 אבער צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט:
14 צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?