2 Coríntios 6

YDD

1 און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט!

2 ווארום ער זאגט:

3 נישט געבנדיק קיינעם קיין מיכשול אין עפעס, כדי אונדזער עבודה זאל נישט ווערן צו שאנד;

4 נאר אין אלעם ווייזן מיר זיך ארויס ווי (כלי קודש) דינער פון ה׳, אין גרויסער סבלנות, אין צרות, אין נויטן, אין יסורים,

5 אין שלעק, אין תפיסות, אין מהומות, אין ארבעט, אין נאכט וואכן, אין תעניתים,

6 אין לויטערקייט, אין דערקענטעניש, אין צוריקגעהאלטנקייט, אין מילדקייט, אינם רוח הקודש, אין נישט צבועקישער ליבע,

7 אין דעם ווארט פון אמת, אין דער גבורה פון ה׳; דורך די כלי זין פון גערעכטיקייט אויף רעכטס און לינקס,

8 דורך כבוד און בזיון, דורך א שם רע און א שם טוב; ווי פארפירער (ציטירן ניטציטירן) און דאך ווארהאפטיקע;

9 ווי אומבאקאנטע און דאך באקאנט; ווי שטארבנדיקע און, זע, מיר לעבן; ווי געציכטיקטע, און דאך נישט געטייטע;

10 ווי טרויעריקע, אבער תמיד פריילעך; ווי ארעמעלייט, וועלכע מאכן אבער א סך רייך; ווי אזעלכע, וואס האבן גארנישט, און באזיצן דאך אלץ.

11 אונדזער מויל האט זיך אויפגעמאכט צו אייך, אָ קארינטער, אונדזער הארץ איז ברייט געווארן.

12 אייך איז נישט ענג אין אונדז, איר אבער זענט באגרענעצט אין אייערע אייגענע עמאציעס.

13 (גיט אונדז) אבער די זעלביקע פארגעלטונג—ווי צו קינדער רעד איך—ווערט אליין אויך ברייטהארציק.

14 ווערט נישט איינגעשפאנט אין קיין פרעמדן יאך מיט אומגלויביקע; ווארום וואס פאר א חברותאשאפט האט צדקות מיט רשעות? אדער וואס פאר א געמיינשאפט האט ליכט מיט פינצטערניש?

15 און וואס פאר אן איינקלאנג גיבט עס צווישן משיח און בליעל? אדער וואס פאר א חלק האט דער מאמין מיט דעם אומגלויביקן?

16 און וואס פאר א פארבינדונג האט ה׳ס היכל מיט אפג-טער? ווארום מיר זענען דער היכל פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; ווי ה׳ האט געזאגט:

17 דעריבער:

18 און וועל זיין צו אייך א פאטער,

Ler em outra tradução

Comparar lado a lado